שלום עליכם און זײַט האַרציק באַגריסט צום הײַנטיקן פּראָגראַם אין מאַמע-לשון, ייִדיש. אַלעקס דאַפֿנער באַגריסט אײַך בײַם מיקראָפֿאָן. און הײַנט וועלן מיר אָפּלאָזן אונדזער קורצער איבערבליק פֿון לויפֿיקע ידיעת און געשעענישן פֿון אויסטראַליע, און אַנשטאָט אָפּגעבן אַ ביסל כּובֿד אוקראַינע. און נישט גלאַט די ליידנדיקע אוקראַינע, נאָר איין אוקראַינער וועלכער איז אונדז ייִדיש ליבהאָבערס אַזוי ליב און טײַער, דער וואונדערבאַרער שרײַבער הומאָריסט שלום עליכם. דער גורל האָט געפּועלט אַז צוויי פון אונדזערע גרויסע ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס מענדעלע מוכרספֿרים און שלום עליכם זענען געווען אוקראַינער. זייערע פּרעכטיקע שאַפֿונגען זענען אָנגעפֿילט מיט אומפֿאַרגעסלעכע פּײַסאַזשן און אַטמאָספֿער פֿון דער ייִדישער און נישט ייִדישער אוקראַינע פֿון אַמאָל, וועלכע זיי האָבן פֿאַרײַביקט אין אונדזער נאַציאָנאַלן קולטור זכּרון. און שלום עליכם אַליין ווערט אָנגעזען און אַנערקענט אין אוקראַינע ווי אַ גרויסער נאַציאָנאַלער שרײַבער און נישט נאָר אַ ייִדישער. זײַן גרויסע סטאַטוע געפֿינט זיך אין קיעוו און ענלעכע זענען אויך פֿאַראַן אין אַנדערע אוקראַינישע שטעט איצט אַרומגערינגלט, באַזיגט און באָמבאַרדירט פֿון פּוטינס אָנגריפֿער. לאָמיר האָפֿן אַז זיי וועלן פּונקט ווי די אומשולדיקע תּושבֿים פֿון די שטעט איבערלעבן אויך די מלחמה. און אַזוי ווי מיט 2 וואָכן צוריק איז אָפּגעמערקט געוואָרן שלום עליכמס געבורטסטאָג אַניווערסאַר, ער איז געבוירן געוואָרן שלומה נאומאָוויטש ראַבינאָוויטש דעם 2טן מאַרץ 1859 אין Pereiaslav, אוקראַינע, וועלן מיר הײַנט הערן מיכאַל בן-אַבֿרהם רעדן וועגן שלום עליכמען אַלס אַ דראַמאַטורג און ידאַ קאַמינסקאַ אונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַער אין אַ סצענע פֿון שלום עליכמס איין אַקטער "מענטשן":
Solomon Naumovich Rabinovich, better known under his pen name Sholem Aleichem, was a Yiddish author and playwright. The 1964 musical Fiddler on the Roof, based on his stories about Tevye the Dairyman, was the first commercially successful English-language stage production about Jewish life in Eastern Europe., was born in the Ukraine
די רבצין ,Miriam Moskovitz אַ געבוירענע אין סידנעי, מיט איר מאַן רבי Moshe Moskovitz וועלכע וואוינען און פֿירן אָן מיטן חב"ד צענטער אין דער צווייט גרעסטער אוקראַינישער שטאָט כאַרקיוו במשך פֿון די לעצטע 32 יאָר, און וועלכע ווערט איצט אַרומגערינגלט און באָמבאַרדירט פֿון די רוסישע כּוחות, האָט די טעג געשריבן אין אַ טעלעפֿאָנישן אָנזאָג: "בעט דעם רבינושלעולם פֿאַר אונדז. מע דאַרף פֿאַרפֿלײַצן די וועלט מיט גוטס.", סוף ציטאַט. שפּעטער האָט זי אויך ערקלערט אַז זיי האָבן באַוויזן צו דערגיין צו דער שיל און זיי וועלן בלייבן דאָרטן. אויך אַנדערע מתפּללים פֿון דער שיל באַהאַלטן זיך איצט דאָרטן. דער רבי און רבצין מאָסקאָוויטס מונטערן נאָך ייִדן צו קומען אין שיל ווייל איצט איז עס איינע פֿון די זיכערסטע ערטער אין שטאָט. די כאַרקיוו כאָראַל שיל איז אַ גרויסע, פֿעסטע געביידע מיט אַ רומפֿולן קעלער וואו אַ סך מענשטן קעען זיך באַשיצן פֿון די באָמבאַרדירונגען. די ח"בד צענטראַלע אין אַמעריקע האָט איבערגעגעבן אַז זיי פּראָבירן צושטעלן שפּײַז און נויט געברויכן פֿאַר די ייִדן אין דער שיל אָבער די זאַפּאַסן שעפּן זיך אויס און עס איז אַ ריזיקע צו פֿאָרן אָפּנעמען און ברענגען צוליב די באָמבאַרדירונג. ברענגען די מענטשן וועלכע קענען נישט אַליין אָנקומען אין דער שיל איז אויך געוואָרן זייער שווער און פּײַנלעך. איין בלינדע ייִדישע פֿרוי למשל האָט געבעטן הילף ווייל זי וואוינט אַליין אויפֿן אַכטן שטאָק און זיי האָבן נישט געקענט אַפֿילו צוקומען צו איר, איר צו העלפֿן. כאַרקיוו פאַרמאָגט אַ קהילה פֿון ב'אַן ערך 30 טויזנט ייִדן.
דערווייל אין אויסטראַליע האָט די רבנישער אַסאָסיאַציע פון אויסטראַלאַזיע אָפּגעהאַלטן אַ סאָלידאַריטעט פּראָטעסט פֿאַרזאַמלונג צוזאַמען מיטן Joint אויסטראַליע אונעם שטאַטישן רבנישן ראַט פֿון וויקטאָריע אין דער Caulfield שיל. דער עולם האָט געהערט אַז דער Joint האָט געזאַמלט אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר במשך פֿון 3 טעג פֿאַר דער אוקראַינישער קהילה. Dr Erica Frydenberg האָט באַטאָנט אַז: "די קהילות פון די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער האָבן נישט קיין הילפֿס אָרגאַניזאַציעס. איך אַליין וואָלט דאָ נישט געווען אויב נישט די אַרבעט פֿונעם Joint, און אַ סך מענטשן פֿון דעם דור פֿון נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה זענען געקומען אַהער אַ דאַנק די רעטונגס און הילף אַקציעס פֿונעם Joint." סוף ציטאַט. דער פּרעזידענט פֿון דער רבנישער אַסאָסיאַציע פון אויסטראַלאַזיע, רבי גלאַסמאַן האָט געלויבט דעם אוקראַינישן פּרעזידענט און ייִד Volodomyr Zelensky טעהנענדיק: "ער האָט געשיינט בעת דער צײַט לחיפּוך צו זײַן פּדחנדיקן ריוואַל וועלכער האָט געשיקט די סאָלדאַטן בשעת מעשׂה ער ליגט אין קרעימל באַשיצט פֿון זײַן אַרמײַ. Volodomyr Zelensky האָט גענומען ס'געווער אין האַנט און געפֿירט זײַן פֿאָלק אַזוי ווי די הזל לערנען אונדז ייִדישע מאַנכיגים און מלכים פֿלעגן טאָן. דאָס אוקראַיניש ייִדנטום ליידט. מיר אַלע ליידן, מיר פֿילן דאָס. ס'איז נישט פֿאַראַן אַזעלכעס ווי אויסטראַלישער ייִדנטום, אַמעריקאַנער ייִדנטום און אוקראַינישער ייִדנטום. ס'איז ייִדנטום", סוף ציטאַט. דער אוקראַינישער פּרעזידענט Zelensky האָט די וואָך זיך באַקלאָגט אַז די וועלט איז געווען שטום נאָך דעם ווי די רוסישע לופֿט אָנגריפֿן האָבן געשעדיקט דעם אָנדענקס מאָנומענט צו די 34 טוינזט קיעווער ייִדן אומגעבראַכטע פֿון די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן אין באַבי יאַר אין יאָר 1941. Zelensky וועמענס משפּחה האָט פֿאַרלוירן עטלעכע זייערע מיטגלידער אינעם חורבן האָט דערקלערט: "צו וואָס טויג דאָס זאָגן 'קיינמאָל נישט מער' במשך פֿון 80 יאָר, אויב די וועלט בלייבט שטום ווען אַ באָמבע פֿאַלט אויפֿן זעלבן אָרט פֿון באַבין יאַר? 5 מענשטן ווערן דערהרגט. די געשיכטע ווערט איבערגעהזרט. ווידעראַמאָל די באַרבאַרער דערמאָרדערן די קרבונות פֿונעם חורבן.", סוף ציטאַט. נאָכן רוסישן אָנגריף האָבן וואָרטזאָגערס פֿונעם באַבי יאַר אָנדענקס צענטער איבערגעגעבן אַז דער שאָדן איז געטאָן געוואָרן די געביידעס אינעם ייִדישן בית-עולם וועלכער געפֿינט זיך אין דעם אָרט. זיי האָבן שטאַרק קריטיקירט פּוטינען און זײַן אינוואַזיע און גערופֿן ער זאָל אונטערגעזוכט ווערן דורך דעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט איבער קריגס פֿאַרברעכנס. Natan Sharansky דער פֿאָרזיצער פֿונעם באַבי-יאַר חורבן אָנדענקס צענטער און געוועזענער ראָש בײַם סכנטותּ האָט באַטאָנט: "פּוטינס פּרואוו צו פֿאַרקרימען און מאַניפּולירן דעם חורבן, בכדי צו באַרעכטיקן אַן אומלעגאַלע אינוואַזיע פֿון אַן אומאָפּהענגיקע דעמאָקראַטישע מדינה איז אַבסאָלוט מנוולדיק. עס איז סימבאָליש וואָס ער הייפּט אָן אַטאַקירן קיעוו מיטן באָמבאַרדירן דאָס אָרט פֿון באַבי-יאַר, די גרעסטע פון די נאַצישע שחיטות.", סוף ציטאַט. שאַראַנסקי האָט זיך געוואָנדן צו פּוטינס טעהנען פֿאַר דעם אָנגריף קעגן אוקראַינע, אַז ער טוט עס טיילווײַז פּוטער צו מאַכן דאָס לאַנד פֿון נאַציזם.
די וואָך איז אַוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פֿון 95 יאָר דער אַמאָליקער אויסטראַלישער מיניסטער אין דער היסטאָרישער, פּראָגרעסיווער Whitlam לײַבאָר רעגירונג Dr Moss Cass ע"ה. אַ נישט רעליגיעזער אָבער שטאָלצער ייִד, איז Cass געבוירן געוואָרן אין Narrogin, מערבֿ אויסטראַליע אין 1927 וואו זײַן פֿאָטער האָט זיך באַזעצט נאָכן אָנקומען דאָרטן פֿון פּוילן אין יאָר 1906. אַלס ייִנגער מאַן האָט Cass שטודירט מעדיצין אויפֿן אוניווערסיטעט פֿון סידנעי און נאַכער בײַם מעלבורנער קעניגלעכער קינדער שפּיטאָל, וואו ער האָט געפֿאָרשט דעם באַנוץ פֿון האַרץ און לונגען מאַשינען פֿאַר האַרץ אָפּעראַציעס. אין יאָר 1955 איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער לײַבאָר פּאַרטײַ און נאַכער אין די 1960קע יאָרן איז ער געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון די פֿאַרײַנען קליניקע און פֿאָרש צענטער. אין יאָר 1972 איז Cass אויסגעוויילט געוואָרן אַלס פֿאָרשטײַער פֿון דער עלעקטראָאַלער געגנט פֿון Maribyrnong אין מערבֿ זײַט מערלבורן, וואו דער געוועזענער לײַבאָר פֿירער Bill Shorten איז הײַנט דער פֿאָרשטייער. Dr Cass איז געוואָרן איינער פֿון די ערשטע מיניסטאָרן אין דער וועלט פֿאַר אָפּהיטן פֿון דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה אין 1972. ווי אַזעלכער האָט ער אין יאָר 1974 אַרײַנגעבראַכט דעם אָנבאָדונג אָפּהיטונגס אַקט און געמונטערט די רעגירונג צו קעגנשטעלן זיך דאָס אויסגראָבן פֿון אוראַניום אין אויסטראַליע, די שטאָף גענוצט אויסצואַרבעטן אַטאָמישע ענערגיע און אויך וואָפֿנס. אַלס אַ מיניסטער און אַ דאָקטאָר האָט ער אויך געהאָלפֿן מיטן איינפֿירן פֿון דעם סאציאַלן געזונט פֿאַרזיכערונג סיסטעים פֿון Medibank דער פֿאָרגייער פֿונעם הײַנטיקן Medicare. שפּעטער איז ער געוואָרן דער מיניסטער פאַר מעדיאַ, און גרינדער פֿונעם אויסטראַלישן פּרעסע ראַט און מיטגרינדער פֿון קהילישע ראַדיאָ. לאַנג נאָכן אַוועקגיין אויף פּענסיע אין יאָר 2007 איז ער געווען אַ גרינגונגס מיטגליד פֿון דער אומאָפּהענגיקער אויסטראַלישער ייִדישע שטימען גרופּע וועלכע האָט קריטיקירט ישראלס באַהאַנדלונג פֿון פּאַלעסטינעזער, און ער איז שטאַרק קריטיקירט געוואָרן איבער דעם וואָס האָט אים אָנגעטאָן אַן אַגותנפֿש. אַפֿילו פֿאַר זײַן פּטירה האָט ער געשריבן אַרטיקלען אויף זײַן קאָמפּיוטער און געגלייבט אַז ער קען איבערצײַגן מענטשן מיט זײַנע געדאַנקען פֿאַר אַ בעסערע וועלט. Dr Cass האָט איבערגעלאָזט אין טרויער זײַן פֿרוי Shirley Cass פֿון דער היים שולמאַן, 2 קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך... כּבֿוד זײַן אָנדענק...
און ליבהאָבער פֿון ייִדיש טעאַטער אין מעלבורן האָבן אַ זעלטענע געלעגנהייט צו זען אַן אַדאַפֿטירונג און נײַע פֿאָרשטעלונג פֿון יציק באַשעוויס זינגערס מעשׂה "יענטל", וועלכע וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן פֿונעם קדימה ייִדיש טעאַטער אין דעם Fairfax טעאַטער אינעם קונסט צענטער, פֿונעם 12טן ביזן 26טן מערץ. וועגן מער פּרטים און ווי אַזוי צו באַזאָרגן זיך מיט בילעטן ווענדט זיך צו דער קדימהס וועבזײַטל . און דערמיט פֿאַרענדיקן מיר דעם איבערבליק פֿון ידיעת און געשעענישן וואָס זײַנען זיך פֿאַרלאָפן אין און אַרום די ייִדישע קהילות אין אויסטראַליע במשך פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך אָדער צוויי. איז ביז מיר הערן זיך ווידער איבעראַכטאָג, ווינטשט אײַך אַלעקס דאַפֿנער, אַ גוטע וואָך, בלײַבט געזונט און אַלדאָס גוטס.